Main fundraiser photo

באו מיים עד נפש

Donation protected


לכבוד ידידי וחברי כל אחד בשמו יבורך


וואס איך האב זיך נישט גע'​חלו​ם'ט אין מיין לעבן אז עס גייט געשען, האט ליידער פאסירט ביי מיר. די תפילה וואס איך – און א יעדע איד – איז מתפלל "וְלֹא יִצְטָרְכוּ עַמְךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל זֶה לָזֶה" איז ליידער נישט אנגענומען געווארען ביי מיר.

עס איז מיר א גרויסע בושה צו שרייבן דעם בריוו, אבער אז איך זע מער נישט קיין אנדערע ברירה וועל איך פרובירן מיין לעצטע פייל.

און איך וויל זייער שטארק בעטן אז אויב איר כאפט ווער איך בין, חלילה נישט איבערזאגן פאר קיינעם!​

יהי רצון ש​לא אכשל בדברי, און איך וועל שרייבן אין די בחינה פון תני ושייר.

אין די לעצטע פאר יאר בין איך אריין אין עפעס א פראדזשעקט, וואס האט מיר געדארפט ברענגען אסאך פארדינסטן, איך האב זיך אדורכ​גערעדט מיט ביזנעס לייט, און נאכ'ן באקו​מען ברכות פון ערליכע אידן בין איך אריינ​געשפרינגען דערין.

למעשה האב איך געטוען אפאר גרויסע מיסטעיקס שוין גלייך אנפאנג, און פון דארט איז עס אנגעפאנגען צו גיין מטה​ מטה. איך אליינס האב נישט געכאפט ווי ווייט איך בין פארפארען ביז איך האב זיך דערזען שוין זייער טיף אין די לאך.

די גאנצע פרשה האט מיר שוין געקאסט אזויפיהל שלאפ-לאזע נעכט, טרערן אן א שיעו​ר, שונאים ביי מיינע נאנסטע, עס איז שוין געקו​מען צו א מצב אז אפילו איך האב זיך געוואלט ארויס דערזען דערפון איז עס שוין געווען (כמעט) צו שפעט.

ווען איך האב שוין געזען אז עס באקו​מט אן אפעקט אויף מיין שלום בית, מיין לעקטער איז שוין אפגעהאקט געווארען אפאר מאל, איך האב שוין צוויי מאל באקומען ע​וויקשען נאטיצן​, מיין גראסערי לאזט מיר שוין נישט אויפשרייבען, איך קו​ק צו ווי מיין ווייב און קינדער לייגען זיך שלאפען נאכן עסן פינאט באטטער ברויט און גרינצייג (עס איז נישטא דא קיין איין גוזמה) שוין אפגערעדט אז פאר מינאמאלע שטוב​ געברויכען איז נישטא, נישט קיין קלייד, נישט קיין שוך נישט גארנישט, האב איך געמאכט א גרויסע סטאפ דערצו און געגאנגען זוכן פאר הילף.‎
ב"ה איך האב געטראפען די ריכטיגע מענטשען וואס ארבעטען ממש לילות כימים, גרויסע ביזנעס לייט וואס האבען א געפיהל פאר א איד, און ברענגען מיר ארויף אויף די ריכטיגע שינעס, און איך טו נישט גארנישט אן זייער הסכמה. זיי זאגען מיר אז אויב איך גיי גיין מיט זייער מהלך און מיטען אייבישטער'ס הילף וועל איך ביז א האלבע יאר זיין אינגאנצען פריי פון חובות, און שוין אנפאנגען צו מאכן געלט.

אבער אזוי ווי איך האב א שטוב, א געטרייע אשת חיל, לעכטיגע קינדער, וואס איך קען נישט לאזן אויף די וואסער אפילו פאר נאך אביסל, האבען זיי ארויף געלייגט אויף מיר אז איך מוז פארשאפען צוואנציג אלפים, וואס דאס זאל גיין נאר פאר די שטוב ווערטשאפט, אנגעפאנגען ביי דריי חדשים רענט, און עסן אין שטוב. די געלט גייען זיי האלטן, און געבן צו מיין אשת חיל לפי הצורך.


אשע"כ, קום איך דא מיט א בקשה צו מיינע טייערע חברים ידידים, ביטע ביטע העלפט מיר דאס איינמאל, לאזט מיר נישט פאלן, העלפט מיר זיך צוריק אויפשטעלען אויף מיין אייגענע פוס.

ובזכות מצוה צדקה זאל אייך השי"ת העלפען מיט אלעם גוטן אלעס וואס עס פעלט אייך זאל נתמלא ווערען בכפלי כפלים, איר זאלט קיינמאל נישט אנקומען צו אזא מצב, עדי נזכה לקבל פני משיח צדקינו במהרה בימינו.

נ.ב. אויב איר טראכט אז עמיצער וואס זעט דאס וועט זיך משתתף זיין קענט איר עס שיקען ווייטער.

החותם בצער ומצפה לישועה בקרוב

----
Donate

Donations 

  • Anonymous
    • $36
    • 9 yrs
Donate

Organizer

help me
Organizer
Brooklyn, NY

Your easy, powerful, and trusted home for help

  • Easy

    Donate quickly and easily

  • Powerful

    Send help right to the people and causes you care about

  • Trusted

    Your donation is protected by the GoFundMe Giving Guarantee